Forwarded from BH productions
מעמד הנחת אבן הפינה

Beautiful indoor/outdoor event
For a Mamed Hanachus Even Hapina.

Sound, video, & lighting done to perfection by our amazing team.
Join our new channel
🔗
@bhproductionsny
ותשועה ברוב יועץ - וברוב עם!
טויזנטער אידן, מסלתה ומשמנה פון ק״ק סאטמאר, באַלאַגערן ״ויואל משה״ זאַלן פאַר נאָענט צו 4 שעה נאָכאַנאַנד ביי אסיפה אדירה איבער בריאות הנפש פאַררופן דורך צענטראַלע קהלה קדושה קהל יטב לב דסאטמאר
צום ערשטן מאָל אין די היסטאָריע וואָס די ווייטאָגליכע קריטישע נושא ווערט באַרירט ברבים מיט אַ קלאָרן, ריינעם, ערליכן, תורה׳דיגן דערהער, לויט די לויטערע מסורה!

ויחרד כל העם אשר במחנה:
פילע טויזנטער בעלי בתים און יונגעלייט, פון זקני העדה ביז פּרחי אברכי קהלתינו הק׳, אויפגעטרייסלט איבער לעבנס-וויכטיגקייט פון היטן אויפ׳ן ״בריאות הנפש״
און וויאַזוי עלטערן שטיין גרייט מיט אָפענע אויגן אויפצוכאַפּן די מינדעסטע צייכענעס פון קאָמפּליקאַציעס ביי די קינדער און די אַרומיגע און אין פאַל ס׳דאָ אַ פּראָבלעם מוז מען טון וואָס איז ריכטיג למען טובת בריאותם ולמען עתידתם

על פּי התורה אשר יורוך:
גאר ערנסטער טאָן און אחריות׳דיגער משמעות פון די אסיפה למען יסוד בתי בני ישראל אַרויסגעהויבן מיט הדרת כבוד׳דיגע ערשיינונג פון מרנן ורבנן חברי הבד״ץ ודיינים ורבנים דקהלתינו שליט״א וואָס באַשיינען דעם אויבנאָן בכבוד תורתם

הליכות עולם לו:
טאַפּנדע שטילקייט און ערנסטקייט שוועבט אין זאַל ביי נאָענט-צו-א-שטונדע דרשה נפלאה פון וועלט-באַרימטן מומחה בתורת הרפואה בהלכה, הרה״ג רבי זושא אויש שליט״א, דומ״ץ דקהלתינו הק׳ לעניני רפואה והלכה ודומ״ץ וואולקאַן, מיט טיפזינגע פּונקטן בעוצם האחריות עפ״י תורה והלכה איבער די גאַנצע נושא פון בריאות הנפש

גרעסטע היימישע מומחים אין די וועלט פון תורת הנפש האַלטן טויזנטער געשפּאַנט ״העכער צוויי שטונדן״ מיט דראַמאַטישע אינפאָרמאַציע!

פּאַנעל אַריינגעפירט דורכ׳ן יושב ראש המעמד הרה״ג ר׳ יצחק שווייד שליט״א, מדריך לחתנים בקרב מפעל ״בית נאמן״ בקהלתינו ויו"ר מפעל "כפיים"; שאלות געשטעלט דורך מוה״ר סענדר אורנשטיין הי״ו פּרעזידענט פון דער בארימטער ״רעליף״ ריסאָורסעס, אויספרעגנדיג גרעסטע לייבן אין מענטל-העלט וואָס זענען העפטיג אַקטיוו צו ראַטעווען טויזנטער אידישע קינדער פון די אַלע שוועריגקייטן און קאָמפּליקאַציעס:

הרב ר׳ נפתלי אלימלך ווייס הי״ו, מנהל ישיבת ״לבנת הספיר - חוש, וחבר הנהלת פתח תקוה״; מוה״ר מנחם ישעי׳ לעווי הי״ו, קאָאָרדינעטער פון ״ביקור חולים מענטל קעיר״; מוה״ר יואל דרוממער הי״ו, ״קעיר מענעדזשמענט אין קאמפארט העלטה״; מוה״ר הערשל ווערטהיימער הי״ו, עקזעקיוטיוו דירעקטאר פון ״סיפּוק״ קליניק; הרב אשר מענדל כהנא שליט״א מנהל פון ״ביקור חולים מענטל קעיר״; מוה״ר משה נחום בראדט הי״ו פון או.די.עי. מענטל דעפּארטמענט, און באַרימטער ״איש מציל נפשות״ וואס איז זיך מקריב פאַר תושבי וויליאמסבורג יומם ולילה מוה״ר אביגדור מענדלאוויטש הי״ו; מוה"ר משה שמואל לאנדא הי"ו מייסד רפואה העלפ-ליין

ערשטהאנטיגע עדות׳שאפטן פון די מומחים איבער דער אנגייענדער פּלאג און וויאזוי מ׳קען זיך אויסהיטן דערפון בעז״ה שאפט א מהפּיכה לטובה אין דער גאַנצער שטאָט וויליאַמסבורג

וחי בהם: סאַטמאַרער קהלה אויסגעלויבט דורך אַלע קהלות קדושות בישראל פאַר׳ן זיין ״וועג ווייזער״ אַדורכצופירן קריטישע אויפוואַכונג אין דער לעבנס-וויכטיגער נושא!
Please open Telegram to view this post
VIEW IN TELEGRAM
2024/06/29 04:54:30
Back to Top
HTML Embed Code: